אחים לדעה

Goal thermometer


ענטפערט דעם רוף פון עסקנים מיט

1 דאָללאַר  


 

טייערע ברודער, אחים לדעה הי"ו,

מיר – וואס ארבעטן צוזאמען מיט די געטרייע עסקנים וועלכע שטייען אין כסדר'דיגע פארבינדונגען מיט די רעגירונג פאר א רייע שתדלנות'ן למען קהלותינו ומוסדותינו הקדושים און פאר יחידים וואס דארפן הילף, און צו פארטרעטן אייערע אינטערעסן - ווענדן מיר צו אייך מיט א בקשה וואס קען אויסזען מאָדנע, אָבער ס'איז זייער וויכטיג און איין דאלאר מאַכט אויס גאָר אַסאַך.

ווי איר ווייסט, איז מעיאָר דעבלאַזיאָ אַ קאַנדידאַט פאַר די דעמאָקראַטישע פּריימעריס פאַר פּרעזידענט. כדי צו קענען אַריינקומען אין צוקונפטיגע דעבאַטעס, נאָכ'ן זומער, דאַרף יעדער קאַנדידאַט אַריינברענגן ביישטייערונגען פון 130,000 מענטשן, און מוז אויך ווייזן שטארקקייט אין די פאולס – יעדע ביישטייערונג קען זיין אזוי ווייניג ווי א דאָלאַר, אָבער עס דאַרף האָבן דעם נאָמען פונעם מענטש וואָס האָט עס געגעבן.

דער מעיאָר האָט פערזענליך געבעטן מ'זאָל אים שטיצן און זען אַריינצוברענגן וואָס מער איין דאָלאַרדיגע ביישטייערונגען פאַר זיין קאַמפּיין. די עסקנים בעטן זיך צו אונז מ'זאל אַריינברענגן 10,000 ביישטייערונגען.

מיר בעטן אייך בכל לשון של בקשה, ביישטייערט א דאָלאַר מיט אייער קרעדיט קאַרד.

בעט אויך אייער פרוי און ערוואקסענע קינדער וואס האבן קרעדיט קאַרדס צו ביישטייערן (אויב נוצט מען דעם זעלבן קאמפיוטער, מאכט זיכער צו דרוקן ריסעט אונטן, און אז מ'לייגט אריין זייער נאמען).

געדענקט: ס'איז זעלטן וואס א דאלאר טראגט אזא ווערד.

איר זענט טאקע נישט געוואוינט צו געבן פאליטישע ביישטייערונגען, אבער דאס איז א חסד פאר'ן ציבור, דורכ'ן ווייזן אז עס אינטרעסירט אונז.

מיט'ן געבן דעם דאָלאַר שטיצט איר נצרכים, דעם גאַנצן חרדי'שן ציבור און אונזערע רעכטן און געברויכן, דורך ענטפערן דעם רוף פון עסקנים, וואס דארפן ווייזן אז דער ציבור אנערקענט די וואס פארשטייען אונזערע אינטערעסן.

מיט'ן דאלאר שטיצט איר נישט זיין קאנדידאטור, נאר איר העלפן אים מעגליך אנצוקומען צו די דעבאטע (אויב ער שטייגט אין נאך פאולס צו 2 פראצענט). איר שטיצט יא אונזערע געטרייע עסקנים, וועלכע בעטן זיך אז מיר זאלן ארויסווייזן די שטיצע.

די דעדליין אריינצוברענגן די סומע איז אין די קומענדיגע וואכן (אגוסט 28). מאכט זיכער עס נישט אפצולייגן.


תזכו למצוות,


Contribution rules

  1. I am a U.S. citizen or lawfully admitted permanent resident (i.e., green card holder).
  2. This contribution is made from my own funds, and funds are not being provided to me by another person or entity for the purpose of making this contribution.
  3. I am making this contribution with my own personal credit card and not with a corporate or business credit card or a card issued to another person.
  4. I am at least eighteen years old.
  5. I am not a federal contractor.

By proceeding with this transaction, you agree to ActBlue's terms & conditions.